מאיר אמשיל ראטשילד
געבורט |
23 פעברואר 1744 פראנקפורט, Q704300, הייליגע רוימישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
19 סעפטעמבער 1812 (אלט 68) פראנקפורט, Q704312, Q154741 |
מאיר אמשיל ראטשילד (אויך: מאיר אנשיל ראטשילד) (י' אדר ה'תק"ד - י"ד תשרי ה'תקע"ג) איז געווען א באנקיר און דער גרינדער פון דער ראטשילד דינאסטיע פון באנקירן.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאיר אמשיל איז געבוירן אין ה'תק"ד אין פראנקפורט (מיטן נאמען מאיר אנשיל בויער[פֿעלט אַ מקור]) צו זיין פאטער אמשיל משה ראטשילד און זיין מוטער שיינכע. ער איז געווען דער גרינדער פון דער בארימטער ראטשילד פאמיליע באנק, וואס איז שפעטער געווארן פון די מערסטע דערפאלגרייכע פאמיליע ביזנעסן אין דער וועלט. ער ווערט באטראכט פאר דער גרינדער\טאטע פון אינטערנאציאלע פינאץ.
מאיר אמשיל האט געלערנט אין דער ישיבה אין פירט (היינט דייטשלאנד). ווען ער איז געווארן פאר'יתומ'ט פון זיין פאטער האט מען אים געשיקט אויסלערנען דעם פאך פון א באנקיר.
אין יאר ה'תק"ל האט ער חתונה געהאט מיט גיטל שנאפער (1753-1849). זייערע קינדער זענען געווען:
- שיינכע ראטשילד (1771-1859)
- אמשיל מאיר ראטשילד (1773-1855)
- סאלאמאן מאיר ראטשילד (1774-1855), גרינדער פון ראטשילד באנקיר משפחה פון עסטרייך
- נתן מאיר ראטשילד (1777-1836)
- איזאבעלט ראטשילד (1781-1861)
- באבעט ראטשילד (1784-1869)
- קלמן מאיר ראטשילד (1788-1855)
- יולי ראטשילד (1790-1815)
- הנריעטא ראטשילד (1791-1866)
- יעקב מאיר ראטשילד (1792-1868)
ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, די נאכט פון י"ד תשרי ה'תקע"ג.