לדלג לתוכן

האמסטער

פֿון װיקיפּעדיע
אן האמסטער

דער האַמסטער איז א נאָגער װאס לעבט אין גאַנץ אייראָפּע. ער האָט אַ קורצן, דיקן קערפּער, קורצע לאַפּקעס און שאַרפֿע נעגל. זײַן האָר האָט פֿערשיעדענע פֿאַרבען, פֿון אויבען גרויליך-ברוין, דער קאָפּ רויט-ברוין מיט געלע און װײַסע פֿלעקען, דער בויך שװאַרץ, די פֿיס װײַס. ער גראָבט זיך אויס אינעם פֿעלד טיעפֿע לעכער מיט עטליכע אויסגאַנגען.

דער האַמסטער דערנערט זיך מיט אַלערײ פּראָדוקטן, אָבער בשעת די תבואָה װערט צײַטיג אויפֿן פֿעלד, דערנערט ער זיך נור מיט קערנער.

אויף װינטער קלײַבט ער אויף אין זײַן לאָך גרויסע פֿאָרראַטען (ביז 25 קילוגראַם) דערהויפּט פֿון תבואָה-קערנער, אַרבעס, באָב, װײַל דאָס װערט נישט פֿערדאָרבען. די קערנער ברענגט ער פֿון פֿעלד אין זײַנע גרויסע באַקען-טאַשען, װעלכע עפֿענען זיך אינם מויל. אָבער װײַל ער קאָן נישט אָנקלײַבען אַזעלכע גרויסע פֿאָרראַטען, װאָס זאָלען איהם קלעקען אויפֿן גאַנצען װינטער, פֿערברענגט ער דאָס גרטסטען טײל װינטער אין שלאָף.

דער האַמסטער ברענגט גרויס היזק די פֿעלדער, דערצו פֿארמערט ער זיך זייער שנעל. די נקבה װאַרפט צװײ מאָל אין יאָר צו 6-12 שטיק.